פדיון הבן
Pidyon Haben
פרטים: אידיש 9 מינ׳
הערן
א ווערסיע מיט קלאנג אויסגעבעסערט דורך AI איז אויך דא · הערט זי
וועגן דעם שיעור
ביי א פדיון הבן ערקלערט דער משגיח אז "פדות" קומט נאכדעם וואס דער סדר פון אלף-בית אין תהלים איז פארענדיגט, א סימן אז דער אויבערשטער פירט זיך מיט אידן למעלה מן הסדר, און אז א פדיון הבן איז א סגולה פאר ישועות.
דער משגיח עפנט אז פדיון הבן איז אן ענין וואס מ'קען נישט מסביר זיין, און אז די פרשה דערפון איז פון יציאת מצרים און שטייט אין די תפילין, של ראש און של יד. ער ברענגט דעם פרי צדיק אז די בריאה גייט מיט א סדר, דער סדר פון אלף-בית. אינעם קאפיטל תהלים "אברכה את ה' בכל עת" גייען די פסוקים לויט'ן אלף-בית ביזן סוף, און ערשט דערנאך קומט א נאך א פסוק, "פודה ה' נפש עבדיו"; דאס זעלבע זעט מען אינעם קאפיטל וואס ענדיגט "פדה אלקים את ישראל מכל צרותיו". ממילא איז פדות א הנהגה למעלה מן הסדר, דעם אויבערשטנ'ס ספעציעלע הנהגה מיט כלל ישראל. ער לייגט צו אז אין די טעג פון שבת מברכים תמוז, צייטן פון מידת הדין, איז א פדיון הבן א גרויסע סגולה פאר'ן כלל און פאר די וואס קומען צו דער שמחה, און ענדיגט מיט ברכות פאר דער משפחה און פאר דער גאולה שלימה.
ענינים: ברית מילה און שמחות · ניסים און טבע